Home Page About Masbia Our Work Contact Us Media & Events
Photo Gallery
In The Media
Video Clips

You are in » Home » Media & Events » In The Media

SEE RELATED ITEMS
See more: In The Media

Yiddisha Tzeitungen

Hamodia Hebrew International

Hamodia Daily Front Page

First "Soup Kitchen" for Jewish Needy Opens In BP

“Masbia” Opens in Boro Park to Feed the Hungry

"Masbia" opens in Boro Park to Feed the Hungry

Yiddisha Tzeitungen
Inaugural Event as Seen in The Blatt-Yid-Machne Chareidi
actual tear sheet

היסטארישער צוזאמענקום פון גדולי ורבני ברוקלין פארק ביים מעמד פתיחת בית התבשיל "משביע"
גדולי ישראל טיעף בעאיינדרוקט פון דעם הערליכן מקום
און שליסן זיך אן אלס שותפים לדבר מצוה

ברוקלין – מיט גרויס פייערליכקייט איז היינטיגען זונטאג געפייערט געווארן דאס עפענונג פונעם בארימטען בית התבשיל משביע אין בארא פארק.
ווי באריכטעט פארגאנגענעם וואך איז געעפענט געווארן א נייער בית התבשיל וואס איז די ערשטע אין מסגרת פון "משביע" דהיינו אן עס זאל ווי עס וועט ווערן צוגעשטעלט נארהאפטיגע עסן מדי יום ביומו פאר אלע נויטבאדערפיגע אידן פון אונזער שטאט.
עס איז נישט קיין סוד אז בעירנו בארא פארק געפינען זיך הונדערטער צובראכענע אידן, אנשים נשים וטף וואס האבן ליידער נישט ווי צו עסן, מחמת פארשידענע סיבות, אזוי אויך קומען מדי יום ביומו אן קיין בארא פארק אידן נצרכים פון אנדערע לענדער ספעציעל פון ארצינו הקדושה, וואס די אידן קומען דא זיך צוזאמען צו שטעלן א שטיקל ברויט צו פאר הכנסת כלה אדער צרכי רפואה און עס איז זיי ממש א שאד אויסצוגעבן א סכום פון קרוב צו צוואנציג דאללער מדי יום ביומו פאר נאכט מאהל, דעריבער וועלן זיי ענדערש נישט עסן דעם טאג ווי אויסצוגעבן געלט.
מימות עולם איז געווען איינגעפירט אין יעדען שטאט אדער דארף אז די קהילה האט געהאט א בית התמחוי אדער א הקדש שטיבל, א הכנסת אורחים וכדומה, ווי די געסט האבן געקענט טועם זיין און איבערבייסען חלילה נישט צו פארבלייבן הונגעריג און גיין שלאפן מיט`ן ליידיגען מאגן, די אנשי העיר און די אנשי הקהילה האבן געזארגט שלא יחסר המזג חלילה.
במדינת אמעריקע איז נאך עד היום נישט געווען אזא אפאראט, בחסדי ד` האבן זיך צוזאמענגענומען א גרופע עסקנים ובראשם דער איש החסד הנדיב החשוב מוה"ר מרדכי מאנדעלבוים הי"ו פון פלעטבוש און זיך אונטער גענומען דעם גרויסן עול אויפצושטעלן דעם ריזיגען חסד אפאראט, און ב"ה נאך עטליכע חדשים פון פלאג און מיה בדמים תרתי משמע איז ענדליך אנגעקומען דער טאג ווען עס האבן אנגעהויבן אריינצוקומען אידן הנאה צו האבן פון דעם.
הופעת גדולי ורבני העיר
ביי פייערליכען מעמד הפתיחה איז געווען א זעלטענער בילד צו זעהן דער כינוס לצדיקים וואס אלע גדולי העיר האבן אוועק געגעבן זייער טייערע צייט פון ערב חג פסח און געקומען אנטייל נעמען און האבן א חלק אין די מצוה, עס האבן אנטייל גענומען כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר רבי מרדכי דוד אונגאר שליט"א מבאבוב, הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א גאב"ד קארלסבורג, כ"ק אדמו"ר רבי נפתלי צבי ווייס מספינקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א, הרה"ג רבי דוד בעריש מייזליש שליט"א אבד"ק סאטמאר ב"פ, הרה"ג רבי חיים ישעי` קעניג שליט"א אב"ד יאקא, הרה"ג רבי חיים אלעזר פרידמאן שליט"א אב"ד טענקא, הרה"ג רבי שלמה גראס דומ"ץ בעלזא, הרה"ג רבי יחיאל מיכל שטיינעמץ דומ"ץ סקווירא, הרה"ג רבי משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ פאפא, הרה"ג רבי יצחק שטיין דומ"ץ פאלטישאן וראב"ד בית תלמוד להוראה קארלסבורג, הרה"ג רבי יחיאל מיכל דאסקאל ראש ישיבת וויזניץ, הרה"ג רבי נחום מאיר פאננעט אב"ד דעהש, הרה"ג רבי יצחק דוב יונגרייז אדמו"ר מגארליץ, הרה"ג רבי נפתלי מאיר באבאד אב"ד טארנאפאל, הרה"ג רבי מאיר פעלדבראנד רב דקהל מבקשי ד`, הרה"ג רבי מנחם מענדיל ראזענבערג שליט"א דומ"ץ וויזניץ, הרה"ג רבי גבריאל ציננער שליט"א אב"ד נטעי גבריאל, הרה"ג רבי עמרם ראטה שליט"א אב"ד האמאראד, הרה"צ רבי דניאל רוקח שליט"א אדמו"ר מליזענסק, הרה"ג רבי מרדכי זאב וואזנער שליט"א אב"ד מחזה אברהם, הרה"ג ר` ברוך הלבערשטאם שליט"א.
במשך`ן טאג האבן נאך אריינגערופן פילע גדולי הרבנים והאדמורי"ם וואס האבן זיך נישט געקענט פערזענליך באטייליגן און צוגעזאגט זייער פערזענליכער באזוך אינעם בית הבשיל אין די קומענדיגע טעג, עס איז כדי צו באטוינען די געוואלדיגע חיזוק און שטיצע וואס די עסקנים האבן באקומען בבתי גדולי ישראל, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט שטארק ארומגעשמועסט איבער דעם ענין דערציילענדיג דערביי אז דער בעש"ט הק` האט געזאגט אז דער שטאט בראד איז אפגעהיטען פון פורעניות צוליב וואס א בייטעל פון צדקה הענגט אויף איר טויער, האט דער רבי שליט"א געזאגט "די בית התבשיל דאס וועט זיין דער בייטעל פון צדקה פון בארא פארק" אין דער רבי שליט"א האט זיך משתתף געווען מיט א סכום הגון, אזוי אויך האט כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א טראץ די אנגעצויגענע שעה`ן פון ערב שבת אויפגענומען די עסקנים און ארומגעשמועסט א לענגערע צייט איבער די געוואלדיגע זאך, און ארויסגענומען א סכום הגון און געזאגט – מען וואלט געדארפט מחייב זיין א יעדע משפחה אין בארא פארק כאטש מיט לכה"פ ח"י דאללער א יאר, אויך האבן זיך משתתף געווען מיט גאר הערליכע סכומים כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון ב"פ און כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א.
מעמד קביעת המזוזה
ארום האלב איינס איז כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א ערשינען אין זאל ווי עס איז בלד געווארן א ריתחא דאורייתא צו מען קען מאכן א ברכה אויף די קביעת המזוזה היות אז קיינער שלאפט נישט דא אין בנין, עס האבן דאן געווען די גאונים רבי שלמה גראס דומ"ץ בעלזא, רבי משה מנחם ווייס דומ"ץ פאפא, רבי יצחק שטיין ראב"ד בית תלמוד להוראה אינאיינעם מיט`ן רבי`ן שליט"א, לבסוף האט דער רבי שליט"א קובע געווען די מזוזה מיט א ברכה אן קיין שם ומלכות, תיכף נאכ`ן קלאפן האבן זיך די גדולי ישראל שליט"א אויסגעזעצט צום טיש און געטרינקען לחיים, אנוואונטשענדיג די חשובע עסקנים ובראשם דעם איש החסד שלבו ער לכל שבורי לב בתוך עמך בית ישראל הר"ר מרדכי מאנדעלבוים הי"ו וואס האט אריינגעלייגט דמים תרתי משמע אין דעם מקום עס זאל זיין על צד היותר טוב.
נאכ`ן טרינקען לחיים האט איינער פון די חשובע עסקנים פונעם בית התבשיל העסקן החשוב הר"ר חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו געעפענט די מסיבה און באגריסט אלע משתתפים, און דאן מכבד געווען הרה"ג רבי יצחק שטיין שליט"א דומ"ץ פאלטישאן וראב"ד ביד"צ בית תלמוד להוראה קארלסבורג, וואס איז תחת פיקוחו איז דער גאנצער הלך ילך פונעם בית התבשיל, און ער שטייט על המשמר אויף יעדעס קלייניקייט ברוחניות און בגשמיות, צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד די פתיחה.
דער חשובער רב שליט"א האט מיט קורצע ווערטער ארויסגעברענגט די הלכה אז עס פאדערט זיך אין יעדעס שטאט צו זיין א מקום ווי מען זאל קענען עסן, ווי עס איז געווען איינגעפירט בכל מושבות בני ישראל אז עס איז געווען א תמחוי, דאן האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן אז דער מקום וועט שטיין תחת פיקוחו און עס וועט ח"ו נישט ווערן א מקום צו פארוויילן, און שפילן, אדער שלאפן, עס אי בלויז צום עסן א יונגערמאן וועט שטיין יעדען טאג על המשמר און אויספאלגען די הוראות.
דער רב שליט"א האט טאקע ארויסגעברענגט ווי פאסיג דער נאמען "משביע" איז עס זאל טאקע זיין פותח את ידך ומשביע, אידן זאל געהאלפן ווערן מיט א שפע פון פרנסה און נישט דארפן אנקומען צו דעם, זאל זיין אין שטוב משביע.
דער רב שליט"א האט מסיים געווען אז מען זאל קענען ווייטער אויפטוען און גיין מחיל אל חיל ווי עס שטייט אויפ`ן טאוועל בית הבשיל הראשון איז זיכער אז מען וויל ווייטער גיין און עפענען נאך אזעלכע אין אנדערע מקומות, און דער אויבערשטער זאל טאקע העלפן אז מען זאל נישט דארפן אנקומען דערצו.
דאן איז געהערט געווארן א הערליכער דרשה פון הרה"ג רבי אליעזר אבראמאוויטש שליט"א ראש ישיבת זכרון חזקי` יואל, וואס האט אביסעל ארויסגעברענגט, אז מען גייט אויף דער גאס קען מען הערן ווי אידן פרעגן פארוואס פעלט דאס אויס? ווער וועט דען עסן דארט?, אבר אז מען קומט אריין אהער ווערט די קשיא זייער שנעל פארענטפערט, די מציאות האט געוויזעהן אז במשך די וואך וואס משביע איז שוין געווען אפן האבן איבער הונדערט אידן שוין געגעסן דארט, און אז מען זעהט נעבעך דאס בילד ווערט די קשיא אליינס פארענטפערט.
הרב אבראמאוויטש האט טאקע אויך ארומגעשמועסט איבער דעם נאמען "משביע" ווער זאגט טאקע אז יעדער איינער ווען דען עסן דא צו דער זעט, נאר נאכזאגענדיג די גמרא פון כלבא שבוע אז ווער עס איז אריינגעקומען אז ארויס זאט, ווער זאגט טאקע אז מען איז ארויס זאט, נאר אריינקומענדיג צו כלבא שבוע אינדערהיים האט מען זיך געשפירט אזוי גיט אז מען איז זאט געווארן פון דעם אריינקומען אליינ`ס, אז מען קומט אריין אין משביע ווערט מען זאט נאר פון די צוגעהערן די שיינע ווענט, די הענג לייכטער, דאס עסן אזוי געשמאק און בא`טעמ`ט, מען סערווירט ווי א מלך, ווי עס האט זיך אויסגעדרוקט א איד וואס האט געגעסן אין משביע, אז ער האט אזא געשמאקען נאכט מאהל אין זיין לעבן נאכנישט געהאט.
צום סוף איז געהערט געווארן קורצע איינדרוקספולע ווערטער פון הרה"ג רבי מאיר פעלדבראנד שליט"א רב דקהל מבקשי ה` וואס האט צום ערשט באגריסט ש"ב דער נדבן האיש החסד ר` מרדכי מאנדעלבוים הי"ו וואס ער קען אים שוין אלס א חסד איד נישט נאר פון היינט נאר שוין יארן לאנג וואס ער העלפט אידן אין שווערע מצבים, אזוי אויך האט ער דערמאנט דער פאטער פון ר` מרדכי הי"ו דער אומפארגעסליכער חסידישער איד ר` לייבעלע מאנדעלבוים ע"ה, וואס עס איז מערקווירדיג אז דער קאנטראקט איז אונטערגעשריבען געווארן עטליכע שעה פאר זיין פטירה, איז דאס זיכער לעוילו נשמתו.
דאן האט דער רב שליט"א שטארק ארומגערעדט איבער דאס ענין פון הכנסת אורחים דערציילענדיג אינטרעסאנטע ענינים פון פריער`דיגע צדיקים וואס האבן עוסק געווען צו געסן עסן פאר אידישע קינדער, און טאקע דורכדעם געהאט א כח צו פויעלן ישועות.
צום סוף האט הר"ר חיים מאיר מרקוביץ הי"ו באדאנקט אלע משתתפים וואס זענען געקומען אנטייל נעמען ובראשם די גדולי וצדיקי העיר שליט"א וואס איז זיכער א חיזוק, בעטענדיג א ברכה אז די עסקנים זאלן קענען דורכגיין דעם שווערן וועג און מצליח און אויפטוען.
די שיינע מסיבה האט טיעף באאיינדרוקט אלע משתתפים, די זעלטענע אחדות פון אלע קהילות צוזאמען ווייזט דאס וויכטיגקייט פון מחזק זיין דעם הייליגן מפעל, די מסיבה איז זיכער געווען אז נדברו יראי ד` ויקשב ד` וישמא ויקרא בספר חושבי שמו, די גרויסער מעמד וועט באשריבען ווערן מיט גאלדענע אותיות בספר דברי הימים פון יהדות החדרית אין ב.פ.
דער בית התבשיל
דער בית התבשיל איז איינקוואטירט אין א בנין ווי עס איז א אויגענפארכאפענדיגער בילד אריינצוקומען אויף די פערצענטער עוועניו צווישען איין אין פערציג און פערציג 4114 14עוועניו נעבן קרויס הוט סטאר, די חשובע עסקנים ליידענען איין יעדעם איינעם "כל דיכפין ייתי וייכול" אויפן שענסטען אופן.
ווער עס וויל האבן א חלק אין הצלת נפשות ממש, הכנסת אורחים, וגמילות חסדים, אזוי אויך אידן בעידן חדוותא פאר א שמחה ווי עס איז געווען איינגעפירט כמקדמת דנא צו מאכן א סעודת עניים פאר זיי מאכן חתונה, אדער א טאג פון א יארצייט עס זאל זיין לע"נ, קענען אריינשיקען זייער ברייטהארציגע באשטייערונג צו פאסט קעסטעל POB 191181 אין Brooklyn, NY 11219 ווי איר וועט אויך באקומען א טעקס דיטאקטעבל רעסיט, והקב"ה ישלם שכרם ותהא משכורתם שלמה מן השמים.
די עסקנים געבן איבער אז אין די פארגאנגענע טעג זענען אריינגעקומען אין תושבי בארא פארק און זענען פשוט נתפעל געווארן פון דעם הערליכען מחזה, און כמעט יעדער איינער האט אדער איבערגעלאזט א ברייטהארציגע באשטייערונג אדער אנגעוואנדן הילף און סיי וועלכע זמן, אידן שפירן פאר א זכי` צו זיין מיטהעלפער און בויער פון דעם גרויסן חסד אפאראט אונטער דעם שירעם פון "משביע".
מי כעמך ישראל!!!.


© 2010 Masbia, Inc. All Rights Reserved.
Masbia is a non-profit 501(c)(3) federally tax-exempt charitable organization

Website design and development by POD WEB http://www.podweb.net · Brooklyn NY
Now managed by Brooklyn Web Center http://www.brooklynwebcenter.com · Brooklyn NY Masbia