Home Page About Masbia Our Work Contact Us Media & Events
Photo Gallery
In The Media
Video Clips

You are in » Home » Media & Events » In The Media

SEE RELATED ITEMS
See more: In The Media

Nearly One in Six NYC Residents Can’t Afford Food

Congressman Jerrold Nadler Visits in Masbia

Congressman Jerrold Nadler Visits in Masbia
as seen in the weekly Tzeitung newspaper
Congressman Jerrold Nadler Visits in Masbia - #nad11

קאנגרעסמאן דזשעראלד נאדלער האט מאנטאג באזוכט אין די "משביע" קיך אין בארא פארק, ווי ער איז אזוי באגייסטערט געווארן פון די מעשי צדקה וחסד וואס מזעט דארט, און ברוקלינס ערשטע כשר`ע קיך פארן פאלק. אז ער האט אליין "צוגעלייגט א האנט" ווי מ`זעט פון דעם בילד וואו ער שטייט אינאיינעם מיט ר` אלכסנדר ראפאפארט, דירעקטאר פון "משביע" דער קאנגרעסמאן האט זיך מחי` געווען אז ער האט געקענט העלפען אויסטיילן די מאלצייטן, און איז באגייסטערט געווען ווען ר` סענדער האט אים דערציילט אז רוב פון די נדבות פאר משביע קומט פון מענטשען וועלכע מאכן חתונה זייערע קינדער, און קענען נישט צוגיין צו א אייגענע שמחה ביז זיי געבן אויך צו עסן פאר די נויטבאדערפטיגטע.
מר. נאדלער האט צווישען אנדערס דערציילט ווי אזוי ער איז געווען א אסעמבלימאן און 79 און מעיאר עד קאטש האט דאן געשאפן א נייעם סארט אנטי פאווערטי בארד און די העכערע וועסטסייד, וואס האט באקומען צוגעטיילט א געוויסע געלט צו פארטיילען פאר פארשידענע גרופעס, און עס אויפגערעגט נאדלער אז קיין שום געלט גייט נישט פאר אידישע גרופעס, ווייל קיינער האט נישט געוואלט וויסען אדער אנערקענען אז עס איז דא אזא זאך ווי "אידישע ארימקייט" קיינער האט נישט גערעדט דערפון, און נאדלער האט שווער געמוזט טענה`ן און שתדל`ען אז דאס איז יא א מציאות.
ארויסגייענדיג האט נאדלער אנגעמערקט וואס פאר א וואונדער פלאץ משביע איז. וואס פארא גרויסע מצוה עס איז. ס`איז צו באדויערן אז מדארף געבן צו עסן פאר מענטשען אויף אזא וועג, און ס`איז א גרויסע שאנדע פאר אונזער געזעלשאפט, נומער 1, אז סאיז נוטיג, און נומער 2, מ`דארף צוקומען צו פריוואטע צדקות, אבער מ`דארף דאנקען השי"ת פאר דעם.

© 2010 Masbia, Inc. All Rights Reserved.
Masbia is a non-profit 501(c)(3) federally tax-exempt charitable organization

Website design and development by POD WEB http://www.podweb.net · Brooklyn NY
Now managed by Brooklyn Web Center http://www.brooklynwebcenter.com · Brooklyn NY Masbia